הוראות
פרישע: וואס ווערט פארקויפט אויף א צווייג, זענען בדרך כלל ריין. מען זאל באקוקן אויב עס האט נישט קיין לעכער אדער געוועבאכטס פון אינדרויסן
קאליפארניע, עס איז ראטזאם בודק זיין אלע סארט טייטלען ובפרט פון אנדערע מדינות. מ'זאל אויפשניידן די טייטלען אין די לענג און בודק זיין ארום דעם קערל, אויב זעהט מען טונקעלע ברעקעלעך-פינטעלעך (אפפאל פון ווערים) זאל מען דאס נישט נוצן. קליינע "ווייסע" ברעקעלעך זענען "צוקער" און נישט קיין צייכן פון ווערים. דערנאך זאל מען בודק זיין קעגן א לעקטער אדער א פלעשלייט און זעהן אויף די שאלאכץ פונדרויסען אדער אין די דיקקיייט פונ'ם טייטל זעלבסט צו ס'איז נישטא קיין קליינע (טונקעלע)ווערים. די פון טוניזע און פאקיסטאן זענען בדרך כלל זייער ווערעמיג און מען זאל עס בכלל נישט נוצן. טייטלען פון ארץ ישראל קענען אמאל האבן סקעילס פון אינדרויסן, און עס איז ראטזאם צו באקוקן יעדע איינציגע טייטל