די הוראות זענען נאר פאר פרישע רויע פרוכט און גרינצייג. געקענטע פרוכט און גרינצייג גייען דורך א sterilization process וואס קען זיין בישול עכו״ם, דעריבער דארף עס א פארלעסליכע הכשר.
אפילו ביי פראדוקטן מיט א פארלעסליכע השגחה ווי צב''ש ניסלעך אד''ג קען זיך מאכן דערין ווערים נאכן פאקן, פון אלטקייט. אויב זעט מען אסאך ברעקלעך און וועיבאכטץ, איז דאס א סימן פון ווערים.
די הוראות זענען גענומען מיט רשות פון די קונטרס "דרך כשרה" (אלעס איבער כשרות אויפן וועג) ארויסגעגעבן דורך חבורת משמר הכשרות