מער אינפארמאציע
די ציל פון די ליסטע איז, אז ווען איינער דערזעט זיך אויפן וועג אן עסן, זאל ער וויסן וואו מען קען קויפן עסן מיט היימישע הכשרים זיך צו דערכאפן דאס הארץ. דעריבער האבן מיר אויך געלייגט געשעפטן וועלכע האבן בלויז גאר א קליינע אויסוואל, ווי צב"ש נאר קוקיס אד"ג
אזוי ווי אין די ווייטע מקומות וואו עס ווערט געווענליך פארקויפט פראדוקטן מיט גוטע הכשרים, מאכט זיך זייער אפט אז פונקט האבן זיי נישט מיט די גוטע הכשר, דעריבער דאס צו פארמיידן, זאל מען זיך נישט פארלאזן בלויז אז מען וועט דארט קויפן, נאר מען זאל מיטנעמען עסנווארג אין פאל עס וועט נישט זיין צו באקומען מיט די גוטע הכשר.
אויב איז די אינפארמאציע דא נישט ריכטיג, אדער אויב איר ווייסט פון א פלאץ וואס איז נישט אויף די ליסטע, ביטע זייט מזכה דעם רבים און לאזט א קלארע מעסעדזש אויף די האטליין מיט ווי מער דעטאלן.