הוראות
פרישע: וואס ווערט פארקויפט אויף א צווייג, זענען בדרך כלל ריין. מען זאל באקוקן אויב עס האט נישט קיין לעכער אדער געוועבאכטס פון אינדרויסן
טרוקענע: די "מעדזשול" פון קאליפארניע זענען געווענליך ריינער פון אנדערע סארט טייטלען פון קאליפארניע עס איז ראטזאם בודק זיין אלע סארט טייטלען ובפרט פון אנדערע מדינות.
אופן הבדיקה: מ'זאל אויפשניידן די טייטלען אין די לענג ארויסנעמען די קערל און בודק זיין ארום דעם קערל, אויב זעהט מען טונקעלע ברעקעלעך-פינטעלעך (אפפאל פון ווערים) זאל מען דאס נישט נוצן. קליינע "ווייסע" ברעקעלעך זענען "צוקער" און נישט קיין צייכן פון ווערים. דערנאך זאל מען בודק זיין קעגן א לעקטער אדער א פלעשלייט און זעהן אויף די שאלאכץ פונדרויסען אדער אין די דיקקיייט פונ'ם טייטל זעלבסט צו ס'איז נישטא קיין קליינע (טונקעלע) ווערים. אויב מען זעט א טונקלקייט זאל מען גוט קוקן אויב עס בלויז א טויש אינעם קאליר אדער עס איז דא דארטן א ווארעם.
טייטלען פון טוניס און פאקיסטאן האבן זייער אסאך סקעילס וואס מען קען נישט באמערקן, מען זאל עס בכלל נישט נוצן.
טייטלען פון ארץ ישראל קען אויך אמאל האבן סקעילס פון אינדרויסן, און עס איז ראטזאם צו באקוקן יעדע איינציגע טייטל