Figs

......קען זיין זייער ווערעמיג, אבער עס איז דא

:
Sale price $0.00

הוראות

פרישע: זאל מען נאר נוצן פון א גוטע קוואליטעט. אויב די אונטערשטע גריבל איז אפען (ברייטער ווי די נאטורליכע לאך), זאל מען דאס בכלל נישט נוצן. אויב די אונטערשטע גריבל איז נאטורליך-כמעט-פארמאכט, זאל מען אוועקשניידן די שפיץ פון אויבן און אויך דעם גריבל און צושניידן די פרוכט אויף האלב און ארויסבייגן יעדע העלפט (ווי א קאפל) און זען אויב עס איז ריין. אויב זעט מען שווארצע פלעקן, זאל מען דאס נישט נוצן. די ווערים קענען זיין ענדליך צו די קאליר פונעם פייג, און מען דארף זיך גוט אויסקענען וויאזוי דאס צו גרינטליך בודק זיין. די שאלאכטס פון אינדרויסן זענען פיל מיט מילבן, אפילו נאכן ווייקן אין זייף וואסער און אפרייבן אונטער א שטראם וואסער ווערן די פייגן נאכנישט גענצליך ריין. דעריבער זאל מען נישט עסן די שאלאכץ, נאר אפשיילן די פייגן אדער ארויסנעמען מיט א לעפל די אינעווייניגסטע פון די פייגן.

טריקענע: איז זייער ווערימ'דיג און די בדיקה איז א שווערע. נאר איינער וואס איז זיכער ביי זיך אז ער ווייסט וואס צו זיכען, קען דאס בודק זיין. איינער וואס איז נישט קיין מומחה קען דאס עסן נאר אויף דעם פאלגענדן אופן: ארויסקראצן אלע קערלעך פון אינעווייניג (נישט נוצן די קערעלעך ווי אויך אוועקשניידן די אונטערשטע גריבל), דערנאך גוט אפוואשן די שאלאכטץ מיט א שטראם וואסער און גוט אפרייבן פון ביידע זייטן און עסען נאר די שאלעכץ

אינפארמאציע פון: בי''ד לעניני כשרות דשיכון סקווירא

Recently viewed