Grape

קען זיין זייער ווערעמיג, אבער עס איז דא א מהלך עס צו נוצן

:
Sale price $0.00

הוראות

אמעריקאנער טרויבן האבן בדרך כלל נישט קיין ווערים אינעווייניג, אבער עס קען זיין אינפעסטירט פון אינדרויסן. דעריבער זאל מען אראפנעמען די איינצעלנע טרויבן פונעם שטרענגל, גוט אפרייבן יעדע איינצעלנע טרויב באזונדער (מ'דארף אפרייבן דעם גאנצן שטח פונ'ם טרויב) אונטער א שטארקע שטראם וואסער. עס איז ראטזאם קודם צו ווייקן די טרויבן אין זייף וואסער פאר צען-פופצן מינוט.

די וואס מאכן היימישע וויין אדער מאסט זאלן דאס דורכזייען מיט א סחורה (ווי צב"ש א העמד סחורה) אדער מיט א 230 מעש פילטער

 אינפארמאציע פון: בי''ד לעניני כשרות סקווירא

------------------------------------

אלע סארטן פון אלע מדינות זענען אפט ווערעמדיג, דעריבער דארף מען צעטיילן די געהענגל אין קלענערע געהענגלעך, דערנאך גרונטליך דורכשווענקן דריי מאל אונטער א שטארקן שטראם פון וואסער און זיכער מאכן אז יעדער טרויב איז געווארן גוט און גרונטליך אפגעשווענקט

אויב וויל מען עס עסן שבת אדער יו״ט, זאל מען עס לכתחילה אפשווענקען ערב שבת און ערב יו״ט, צוליב דעם חשש פון איסור בורר

די וואס מאכן מאסט אדער וויין, זאלן אפשווענקען די טרויבן איידערן אויסקוועטשן, דערנאך זאל מען דאס דורכזייען מיט די ספעציעלע מאסט זייער פאר ווערים, אדער מיט א סחורה'נע העמד

 אינפארמאציע פון: התאחדות הרבנים

Recently viewed