הוראות
די שאלעכץ איז שטארק אינפעסטירט מיט מייטס, דעריבער זאל מען עס גוט אפשיילן און זיכער מאכן ארויסצושניידן אלע ברוינע חלקים וואס בלייבן איבער פון די שאלעכץ און דערנאך אפשווענקען דעם פיינעפעל
אויך דעם טיש אויף וואס מ'שניידט די פיינעפעל און דעם מעסער זאל מען אפשווענקען נאכן שיילן
אויב מ'וויל זיך באנוצען מיט די גרינע בלום צו דעקארירן די "פלעטערס", זאל מען אראפנעמן די איינציגע בלעטער פונ'ם קרוין, ווייקען אין זייף וואסער פאר 5 מינוט און דערנאך גוט אפרייבן יעדע איינציגע בלעטל אונטער א שטראם וואסער.
געצוקערטע פיינעפל איז בדרך כלל ריין
די נאטורליכע געטריקענטע פיינעפל קען זיין שטארק ווערמדיג, און מען זאל נאר נוצן מיט א פארלעסליכע השגחה